שליחות פֿון אַ חסידישן טאַטן

פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

ווי עס זאָגן שוין יאָרן לאַנג די פּסיכאָלאָגן, עקזיסטירט סעקסועלע באַלעסטיקונג בײַ יעדער רעליגיע, ראַסע, עטנישער גרופּע און עקאָנאָמישן קלאַס. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ גרופּעס, וווּ מע מוטיקט הײַנט די געליטענע און זייערע משפּחות איבערצוגעבן וועגן דעם דער פּאָליציי, און וווּ יעדער לערער, דאָקטער, קעמפּ־דירעקטאָר און סאָציאַלער אַרבעטער איז על־פּי־געזעץ מחויבֿ צו שטעלן אַ רעפּאָרט צו דער פּאָליציי, אויב זיי זענען חושד, אַז אַ קינד איז באַלעסטיקט געוואָרן (בלע״ז רופֿט מען די עדות mandated reporters), איז דאָס אין די חסידישע און אַנדערע חרדישע קרײַזן בכלל נישט אָנגענומען.

פֿאַרקערט, אויב אַ חסיד טיילט יאָ מיט דער פּאָליציי, פֿאַררעכנט מען אים פֿאַר אַ מוסר; מע רודפֿט אים און זײַנע קרובֿים, און מע דראָט אַרויסצוּוואַרפֿן זײַנע קינדער פֿון דער שול אָדער ישיבֿה. טאַקע דערפֿאַר זענען כּמעט די איינציקע, וועלכע האָבן ביז איצט יאָ דערציילט דער פּאָליציי וועגן פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג געווען יענע, וועלכע זענען שוין "אַראָפּ פֿון דרך", און מוזן זיך מער נישט רעכענען מיט דער מיינונג פֿון דער קהילה. בײַ די ייִדן, וועלכע לעבן נאָך אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט, איז די סכּנה און די שרעק פּשוט צו גרויס.

מרדכי יונגרײַס האָט אָבער נישט קיין מורא. נאָכן דערוויסן זיך, אַז זײַן גײַסטיק צוריקגעשטאַנען קינד איז במשך פֿון אָנדערטהאַלבן־יאָר רעגלמעסיק סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן פֿון אַ 27־יאָריקן ייִד אין דער מיקווה, האָט דער 38־יאָריקער יונגרײַס באַשלאָסן צו דערציילן דער פּאָליציי, און הײַנט גיט ער בפֿרהסיא אָן זײַן אייגענעם נאָמען. מע האָט אים שוין אינטערוויויִרט אויף די נײַעס פֿון "סי־בי־עס", און די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די "ניו־יאָרק טײַמס" דערציילט זײַן ביטערע געשיכטע אין אַ פּרטימדיקן אַרטיקל וועגן די רדיפֿות, וואָס די חסידישע עסקנים פֿירן דורך קעגן די חסידים, וואָס דערציילן דער פּאָליציי וועגן די פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די חרדישע קרײַזן.

"איך האָב נישט מורא — האָט יוגנרײַס געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס" — ווײַל איך ווייס, אַז דער אייבערשטער האָט באַשטימט, אַז איך מוז עס טאָן."

יונגרײַס׳ קינד, דער עלטסטער פֿון פֿיר קינדער, איז בלויז געווען עלף יאָר אַלט, ווען מאיר דאַסקאַלאָוויטש, אַ פּופּער חסיד, האָט זיך אָנגעהויבן טשעפּען צו אים אין דער מיקווה. די עלטערן האָבן זיך משער געווען, אַז עמעצער באַלעסטיקט אים, נאָך דעם ווי זיי האָבן דערזען בלוטפֿלעקן אויפֿן קינדס אונטערוועש, און נאָך מער, ווען עמעצער אין דער ישיבֿה האָט געזאָגט, אַז דאָס ייִנגל האָט, פֿאָרנדיק אינעם שול־אויטאָבוס, "געטאַפּט" אַ צווייט קינד.

אַ צאָל וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס האָבן שוין באַוויזן, אַז איינער פֿון די סימנים, אַז אַ קינד איז סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, איז ווען ער הייבט אַליין אָן זיך אויפֿצופֿירן אויף אַ סעקסועל נישט־אײַנגעהאַלטענעם אופֿן. בפֿרט ווײַזט זיך עס בולט אַרויס אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט, וווּ ס׳רובֿ קינדער האָבן בכלל נישט קיין צוטריט צו סעקסועלע ענינים, צוליב דעם שטרענגן פֿאַרווער פֿון טעלעוויזיע און אַנדערע סעקולערע השפּעות.

לכתּחילה האָט יונגרײַס זיך באַראַטן מיט עטלעכע רבנים וועגן דעם, אָבער ווען ס׳איז אים געוואָרן קלאָר, אַז זיי ווילן זיך נישט אַרײַנמישן אין אַזאַ סענסיטיוון ענין, האָט ער, אויף דער עצה פֿון אַן אַנדערן רבֿ, געבראַכט זײַן קינד צו אַ פּסיכאָלאָג, וועלכער האָט גערעדט מיטן קינד, און איבערגעגעבן דער פּאָליציי, וואָס דאָס קינד האָט דערציילט. דעם 11טן מײַ 2010 איז דאַסקאַלאָוויטש אַרעסטירט געוואָרן.

זינט דעמאָלט ציט זיך דער ענין ווי אַ מעשׂה אָן אַ סוף, צום טייל ווײַל דאַסקאַלאָוויטשס אַדוואָקאַטן טענהן, אַז ער איז נישט ראָוי פֿאַרמישפּט צו ווערן; מיט אַנדערע ווערטער, אַז ער איז נישט בײַ די קלאָרע געדאַנקען. דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק איז יונגרײַס געקומען אינעם ברוקלינער קרימינעלן געריכט, צו נאָך אַ פֿאַרהער פֿון דאַסקאַלאָוויטש. נאָך איידער עס האָט זיך אָנגעהויבן, האָט יונגרײַס באַמערקט אַ מאָדנע זאַך. "גיט נאָר אַ קוק!" האָט ער דערקלערט מיט כּעס, אָנווײַזנדיק אויפֿן עלעקטראָנישן טאָוול אין קאָרידאָר, וואָס מעלדעט דעם צײַטפּלאַן פֿון טאָג. "זײַן נאָמען איז בכלל נישטאָ! מענטשן וועלן קומען אַהער צוליב זײַן פֿאַרהער, אָבער זיי וועלן מיינען, אַז מע האָט עס אָפּגעלייגט, און אַהיימגיין." ער האָט צוגעגעבן, אַז דער 'די־איי' האָט עס געטאָן בכּיוון. "דער 'די־איי' איז מסתּמא אין כּעס ווײַל איך בין געגאַנגען אויף ׳טי־ווי׳ וועגן דעם," האָט יונגרײַס געזאָגט.

נאָך צוויי יאָר וואַרטן אויף אַ מישפּט איבער דאַסקאַלאָוויטש, איז גרינג צו פֿאַרשטיין יונגרײַס׳ פֿרוסטרירונג. עטלעכע וואָכן נאָך דאַסקאַלאָוויטשס אַרעסט, האָט מען אים — אַ דאַנק אַ קאַמפּאַניע פֿאַר פּדיון שבֿויים — אויסגעלייזט אויף קויציע, וואָס איז געהאַט באַשטימט געוואָרן אויף $75,000. לויט אַ געוויסן קוואַל, האָט דאַסקאַלאָוויטש, דעם 4טן יוני, זיך ווידער געטשעפּעט צו אַ ייִנגל אין אַ צווייטער מיקווה.

דעם 23סטן פֿעברואַר 2011 האָט מען דאַסקאַלאָוויטשן ווידער געבראַכט אין געריכט. דער הויפּט־פּראָקוראָר האָט געלאָזט יונגרײַסן וויסן, אַז דער צווייטער צד איז גרייט אָנצונעמען אַ מישפּט־אָפּמאַך ("פּלי־באַרגען"), אויפֿן טנאי, אַז דאַסקאַלאָוויטש זאָל נישט זיצן אין תּפֿיסה. די אַקטיוויסטן וועלכע קעמפֿן מיט דער משפּחה יונגרײַס האָבן פּראָטעסטירט, האָט דער הויפּט־פּראָקוראָר נאָכגעגעבן, אַז מע וועט נישט אָננעמען קיין מישפּט־אָפּמאַך, סײַדן דאַסקאַלאָוויטש וועט נישט זיצן, צום ווייניקסטן, פֿינף יאָר.

אין מײַ 2011 האָט דער פּראָקוראָר געזאָגט דער ריכטערין, אַז צוויי פּסיכיאַטאָרן האָבן דערקלערט דאַסקאַלאָוויטש פֿאַר נישט־ראָוי געמישפּט צו ווערן, און זי האָט איבערגעפֿירט דעם ענין צום אָפּטייל פֿון גײַסטיקן געזונט. דעם 16טן יוני, 2011, האָט דער ריכטער דערקלערט, אַז דאַנסקאַלאָוויטש איז נישט־ראָוי געמישפּט צו ווערן, און מע האָט אים אַוועקגעפֿירט אין אַן אינסטיטוציע פֿאַר גײַסטיק קראַנקע אַרעסטאַנטן, ביז ער וועט, אַ פּנים, דורך מעדיקאַמענטן, גענוג סטאַביליזירט ווערן דורכצומאַכן דעם פּראָצעס.

בײַם פֿאַרהער דעם מאָנטיק האָט זיך טאַקע גאָרנישט נישט געביטן. מע האָט אַרײַנגעבראַכט דאַסקאַלאָוויטשן אין הענט־קייטלעך, און נאָך בלויז 10 מינוט האָט דער ריכטער ווידער אָפּגעלייגט דעם ענין, ווײַל זײַנע אַדוואָקאַטן האָבן געזאָגט, אַז זיי וואַרטן נאָך אַלץ אויפֿן באַריכט פֿון צוויי פּסיכיאַטאָרן, וואָס דאַרף באַשטימען, צי דאַסקאַלאָוויטש קען געמישפּט ווערן צי נישט.

במשך פֿון די צוויי יאָר, וואָס יונגרײַס קעמפֿט מע זאָל מישפּטן דאַסקאַלאָוויטשן, האָבן יונגרײַס׳ באַקאַנטע און שכנים אים ממש אַרײַנגעלייגט אין חרם. אַלטע פֿרײַנד רעדן מער נישט מיט אים און זײַן משפּחה, און זייער בעל־הבית האָט זיי אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער דירה. הגם יונגרײַס קעמפֿט ווײַטער, לײַדט ער שטאַרק דערפֿון, און איז אַפֿילו קראַנק געוואָרן און געלעגן אין שפּיטאָל חדשים לאַנג.

"איך פלעג אים זען אויף לי עוועניו יעדן שבת ווײַל איך דאַווען דאָרטן וווּ ער פֿלעגט וווינען," האָט אַ חסידישער טאַטע פֿון זיבן קינדער געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "ער איז אַן איידעלער ייִד. ער גריסט איידל און איז אָנגעטון איידל. איך בין געווען שאָקירט, אַז ער האָט געהאַט דעם קוראַזש אַרויסרעדן אָפֿן קעגן דער קהילהס שווײַגעניש. איך פֿאַרשטיי נאָך אַלץ נישט ווי ער נעמט אַזוי פֿיל שטאַרקייט. איך וואָלט דאָס נישט געקענט טאָן."

אַ סאַטמערער פֿרוי אין וויליאַמסבורג, וועלכע פּרוּווט העלפֿן יונגרײַס און זײַן משפּחה, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די מיקווה איז שוין פֿון לאַנג באַקאַנט ווי אַן אָרט, וווּ ייִנגלעך ווערן סעקסועל באַלעסטיקט, ווײַל אַלע מענער באָדן זיך אין איינעם און קיינער האַלט נישט קיין אויג.

"אַ מאָל פֿלעג יעדן פֿרײַטיק אין דער גרויסער סאַטמערער מיקווה זיצן אַן עלטערער ייִד און יאָ אַכטונג געבן," האָט די פֿרוי דערציילט. "ר׳ אַבֿרהם־מרדכי פּאָלאַטשעק איז געזעסן מיט אַ שטעקן אין דער האַנט און קאָנטראָלירט, אַז יעדער וואָס קומט אַרײַן, זאָל זיך גיך אײַנטונקען און תּיכּף אַרויסגיין. 'נו, גענוג שוין, גייט אַרויס!' פֿלעג ער שרײַען. ער האָט גוט געוווּסט וואָס ס׳קומט דאָרט פֿאָר און האָט זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות דאָס אָפּצושטעלן."

פּאָלאַטשעק איז געווען אַ גוט־באַקאַנטע פֿיגור אין וויליאַמסבורג אויך צוליב אַנדערע סיבות. איידער מע האָט געגרינדעט די פֿאַרשידענע אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן די נויט־באַדערפֿטיקע, פֿלעג פּאָלאַטשעק אַליין קויפֿן עסן און עס ברענגען צו אָרעמע משפּחות. מע האָט גערופֿן די געשאַנקען "ר׳ מרדכי פּאָלאַטשעקס שבת־פּעקלעך", האָט די פֿרוי געזאָגט.

זינט פּאָלאַטשעק איז ניפֿטר געוואָרן האָט אָבער קיינער נישט פֿאַרנומען זײַן אָרט ווי דער משגיח פֿון דער סאַטמערער מיקווה.

די סאַטמערער קהילה איז טאַקע באַקאַנט פֿאַר דער ברייטער צדקה־אַרבעט, וואָס זי טוט. די אַמבולאַנס־סיסטעם "הצלה", למשל, איז געגרינדעט געוואָרן פֿון סאַטמער, ווי אויך "דור ישרים", וואָס באַזאָרגט ייִדן מיט טעסטן פֿאַר "טיי־סאַקס" און אַנדערע גענעטישע קראַנקייטן, און "ביקור־חולים", וואָס שטעלט צו מאָלצײַטן יעדן טאָג צו הונדערטער שפּיטאָלן פֿאַר יעדן פּאַציענט, סאַטמער צי נישט.

"ווי אַזוי זשע קען אַ קהילה וואָס טוט אַזוי פֿיל חסד, און היט תּמיד אַזוי שטאַרק אָפּ אירע קינדער, דערלאָזן, אַז די 'מאָלעסטערס' זאָלן טאָן די זאַכן?" האָט די סאַטמערער פֿרוי געפֿרעגט. "יעדעס צווייטע ייִנגל וועט דיר זאָגן, אַז מע האָט זיך צו אים געטשעפּעט אָדער אַז ער קען אַ ייִנגל וואָס מע האָט זיך צו אים געטשעפּעט!

"ווען מע ברעכט אַ פֿוס היילט זיך עס אויס, אָבער 'מאָלעסטיישאָן' שאַט אַ מענטשן אויפֿן גאַנצן לעבן. ליידער, פֿאַרשטייען זיי דאָס נישט. טאַקע צוליב דעם וואָס מע האָט דעם ענין אַזוי לאַנג פֿאַרשוויגן, האָט מען געלאָזט ווערן פֿון אַ קליינעם הונט אַ גרויסן כּלבֿ."