שרעקליכע מעשה אין קעמפ 'מחנה שלוה' באבוב

August 9, 2012

הכזונה יעשה את אחותינו?!

דעם פארגאנגענעם נאכט, אין די פריע פארטאגס שעה'ן, איז פארגעקומען א שרעקליכע געשעעניש. א דעליווערי טראק דרייווער האט געענדיגט אראפלאזן זיין לאסט אין א חסידישע קעמפ, און האבענדיג אנגעקומען אביסעל שנעלער ווי געווענליך אויף זיין רוט, און ליידער זעט אויס אז אינטערנעט סערוויס איז דארט נישט ווי ס'געברויך צו זיין, האט זיך אין אים ערוועקט א תאוה צו יונגע בחורים. שפאצירענדיג ארום די קעמפ האט ער געטראפן די צימערן פון די נארוואס בר מצוה געהאטע בחורים און ער איז דארטן אריין און אפגעטוהן מה שלבו חפץ, מיט נישט איינעם, נישט צוויי, און אפשר אפילו נישט דריי – די פונקטליכע ציפער וואקסט נאך. (און יעצט פארטאגס מאכט נאך דער זעלבער דרייווערס דעליוועריס צו היימישע קעמפס)

צו מזל איז דא אין די צימערן קעמערעס וואס דער חשובער מנהל האט בהוראת דעם רב, דארט אריין געשטעלט. ויהי בבוקר און די בחורים זענען געלאפן צום מנהל און געשריגען... דער מנהל האט זיך נישט געפוילט און איבערגעקוקט די ווידעא און ס'האט זיך אים ליידער אויסגעשטעלט אז דאס וואס די בחורים פארציילען איז נאר מקצת שבחו, און די מעשה האט נאך און נאך.

דער מנהל האט באשוואוירען די בחורים נישט פארציילען פאר קיינעם ביז דער רב וועט מחליט זיין וויאזוי דאס צו באהאנדלען. ביזדערווייל איז געווארען אן איבערקערעניש אין בית מדרש. היתכן דער מנהל לאזט נישט מודיע זיין פאר עלטערען? איז ער דען בכלל א מומחה אויף צו רעדען מיט א בחור? די בחורים קענען אים דאך נאר אלץ א מאנסטער, און ער וועט זיין דער וואס וועט פלוצלינג ווערען דער איידעלע טאטע אויס צו הערען טראמאטיזירטע נפשות?

און נאך מער איז דער כעס אין בית מדרש, הלמאי האט דער מנהל אריין געשטעלט קעמערעס אין די צימערן אין ערשטען פלאץ. איז דאס נאר געווען אויף צו טעראריזירן די בחורים? ענדליך איז שוין אנגעקומען דער ריכטיגער צוועק פון די קעמערעס און דער מנהל האט דער העזה צו פארציילן פאר די עלטערן וואס האבן זיך דערפון דערוויסט אז די טעיפס זענען בטעות אפגעמעקט געווארן?

אלזא איז דער פארלאנג פון די עלטערן:
• דער מנהל זאל זאפארט, יעצט איינס דרייסיג ביינאכט, מודיע זיין פאר די עלטערן פון די נפגעים
• דער מנהל זאל זאפארט רופן 911 און איבערגעבן אלע עווידענס אויב וויל ער נישט געקלאגט ווערן פאר טעמפערינג וויט עי קריים סין.
• דער מנהל זאל אין לויף פון די קומענדיגע פאר טעג אריין געבן זיין רעזיגנאציע פאר דעם גרויסן דורכפאל פון לאזן דעם גאנצען מקום הפקר. צוגעשפארט א גאנצען טאג צו טעראריזירען די בחורים, אבער ביינאכט ווען מ'דארף זיין אפגעהיטען פון די מנוולים האט ער זיי געווארפן צו די הינט!