מישפּט פֿון פֿאַרדעכטיקטן באַלעסטיקער, הרבֿ וועבערמאַן, הייבט זיך אָן

פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

October 26, 2012

דינסטיק, דעם 30סטן אָקטאָבער, וועט זיך אָנהייבן דער מישפּט פֿון הרבֿ נחמיה וועבערמאַן, אַ 53־יאָריקער קאָנסולטאַנט פֿאַר תּלמידים און תּלמידות אין די סאַטמערער ישיבֿות, וועלכער ווערט באַשולדיקט אין סעקסועל באַלעסטיקן אַ חסידיש מיידל אין וויליאַמסבורג, דרײַ יאָר לאַנג.

וועבערמאַן איז אַרעסטירט געוואָרן אין פֿעברואַר 2011, נאָך דעם ווי דאָס מיידל האָט דערציילט, אַז ער איז געווען איר טעראַפּעווט און האָט איר געצוווּנגען, בעת דער קאָנסולטיר־סעסיע, צו טאָן סעקסועלע מעשׂים מיט אים. אָנגעהויבן האָט זיך עס, ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט. לויט געוויסע קוואַלן, האָט וועבערמאַן אויך באַלעסטיקט אַנדערע סאַטמערער מיידלעך בעת זײַן כּלומרשטיקער טעראַפּיע.

זינט זײַן אַרעסט, האָט די סאַטמערער קהילה, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם רבין, זלמן־לייב טייטלבוים, געשטיצט פּעדאָפֿילן, טענהנדיק, אַז ער איז אומשולדיק. אַ וואַקסנדיקע צאָל מענטשן, סײַ פֿון דער חסידישער וועלט, סײַ פֿון נישט־חסידישע קרײַזן, האָבן שוין עפֿנטלעך אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט קעגן דער סאַטמערער פֿאַרטיידיקונג פֿון וועבערמאַן, און פֿאַראַכטאָגן זונטיק האָט אַ גרופּע דעמאָנסטרירט פֿאַר אַ הויז אין פֿלעטבוש, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דער סאַטמערער קהילה. די גאַסטגעבער, שימי לאַקס און זײַן פֿרוי, זענען ברייטהאַרציקע שטיצער פֿון די סאַטמערער געזעלשאַפֿטן, הגם זיי זענען אַליין נישט קיין חסידים.

כאָטש דער בענעפֿיט איז נישט געווען ספּעציפֿיש צו העלפֿן וועבערמאַן, האָט דער אָרגאַניזירער פֿון דער דעמאָנסטראַציע, ירחמיאל לאָפּין — דער גרינדער פֿון Frum Follies, אַ בלאָג וואָס קריטיקירט שאַרף די סאַטמערער שטיצע פֿון וועבערמאַן — דערקלערט, אַז דאָס איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט צו לאָזן די מנדבֿים וויסן, אַז די סאַטמערער קהילה פֿאַרטיידיקט די סעקסועלע באַלעסטיקער פֿון קינדער; בפֿרט, אַז דער ערן־גאַסט פֿונעם בענעפֿיט איז געווען נישט ווייניקער ווי דער רבי, זלמן־לייב טייטלבוים, אַליין.

דאָס איז נישט געווען די ערשטע דעמאָנסטראַציע קעגן דער סאַטמערער פֿאַרטיידיקונג פֿון פּעדאָפֿילן. דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ, האָבן כּמעט הונדערט מענטשן זיך באַטייליקט אין אַ דעמאָנסטראַציע פֿאַרן זאַל פֿון "קאָנטינענטאַל קייטערערס", אין וויליאַמסבורג, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען אַ בענעפֿיט, כּדי צו זאַמלען געלט לטובֿת וועבערמאַנס יורידישע הוצאָות. אַ סך פֿון די דעמאָנסטראַנטן האָבן געטראָגן שילדן מיט די ווערטער, "באַשיצט די געליטענע, נישט די באַלעסטיקער".

שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי האָט וועבערמאַן געהאַט צוטריט צו אַ יונג מיידל אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ די מענער און פֿרויען זענען אַזוי שטרענג אָפּגעטיילט? הגם די פּרטים זענען נאָך נישט קלאָר, און וועלן מסתּמא ערשט אַנטפּלעקט ווערן במשך פֿונעם מישפּט, דערציילט לאָפּין, אַז וועבערמאַן איז אַ הצלחהדיקער געשעפֿטסמאַן, וועלכער דינט שוין זעקס יאָר לאַנג אויפֿן סאַטמערער וועד־הצניעות (צניעות־קאָמיטעט), און דאָס האָט אים דערלויבט נישט בלויז צו האָבן אַ צוטריט צום מיידל, אָבער אויך די מעגלעכקייט אַרויסצופּרעסן געלט בײַ איר משפּחה, כּדי מע זאָל פֿאַרשווײַגן די כּלומרשטיקע "אויסגעלאַסנקייט" פֿון זייער טאָכטער.

"דער וועד־הצניעות האָט געהערט, אַז זי איז אַ ׳נישט־געראָטן׳ מיידל," שרײַבט לאָפּין. "אפֿשר איז עס, ווײַל זי האָט גערעדט מיט ייִנגלעך? אפֿשר זענען אירע קליידער געווען צו מאָדערן, אָדער זי האָט געפֿרעגט צו פֿיל קשיות? די סיבה איז נישט וויכטיק. דער עיקר איז, דער וועד־הצניעות איז געווען גרייט איר צו העלפֿן — פֿאַר אַ היפּשער סומע געלט, פֿאַרשטייט זיך. אויב נישט, וואָלט דאָס מיידל דאָך באַקומען דעם שם פֿון אַן ׳אויסוווּרף׳ אָדער אַ ׳שיקסע׳. אין אַזאַ פֿאַל, וואָלט קיין לײַטישע משפּחה זי נישט געלאָזט חתונה האָבן מיט זייערע זין."

דער איינציקער אויסוועג פֿאַר איר משפּחה איז געווען צו געפֿינען אַ "תּורה־טעראַפּעווט", וואָס קען זי פֿאַרוואַנדלען אין אַ "גוט" מיידל, האָט די שול־אַדמיניסטראַציע געעצהט. וכּך־הווה. ווי עס שרײַבט הרבֿ יעקבֿ האָראָוויץ (אַן אָנגעזעענער פֿאַרטיידיקער פֿון קינדער, וועלכע זענען סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן) אין זײַן אינטערנעץ־אַרטיקל, What Went Terribly Wrong (ווי אַזוי דער ענין איז אַזוי שטאַרק פֿאַרדאָרבן געוואָרן), האָט די אַדמיניסטראַציע דעמאָלט אַרײַנגערופֿן וועבערמאַן, אַ חשובֿער מיטגליד פֿונעם ועד־הצניעות, ווי איר טעראַפּעווט, כאָטש קיין ליצענץ דערפֿאַר האָט וועבערמאַן בכלל נישט געהאַט.

"נישט געקוקט אויף דער געוויינטלעכער שטרענגער אָפּטיילונג פֿון מענער און פֿרויען, האָט מען במשך פֿון די יאָרן דערלויבט וועבערמאַן צו האָבן אַ צוטריט צו דעם מיידל, אָן שום אויפֿזיכט," שרײַבט הרבֿ האָראָוויץ. "ער האָט זיך געטראָפֿן מיט איר פּריוואַט — אָפֿט מאָל אין אַ ביוראָ אָדער דירה מיט אַ שלאָפֿצימער — און דערבײַ עובֿר געווען אויף אַלע סטאַנדאַרטן פֿון ייִחוד און צניעות.

"אַחוץ די אַלע אומדערטרעגלעכע פֿאַקטן, איז לעצטנס קלאָר געוואָרן, אַז דאָס מיידל איז נישט געווען די איינציקע," האָט האָראָוויץ צוגעגעבן. "זינט וועבערמאַנס אַרעסט, האָב איך פּערזענלעך זיך פֿאַרבונדן מיט די משפּחות פֿון פֿיר אַנדערע מיידלעך, וועמען ער האָט סעקסועל באַלעסטיקט. זיי האָבן אָבער מורא צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם פֿאַקט."

לאָפּין האַלט, אַז די אינסטיטוציע פֿונעם וועד־הצניעות איז הײַנט אין גאַנצן קאָרומפּירט געוואָרן. "מסתּמא מיינט איר, אַז דאָס איז ווי דער וועד פֿון אַמאָל. דעמאָלט פֿלעגן די מיטגלידער פֿונעם וועד, בײַם הערן וועגן פֿאַלן פֿון סעקסועלער אויסגעלאַסנקייט, וואָרענען די פֿרוי אָדער דעם מאַן זיך צו פֿירן ׳לײַטיש׳, און אויב דאָס האָט נישט געהאָלפֿן, האָט מען עפֿנטלעך געמאָלדן וועגן זייער אויפֿפֿיר, כּדי זיי צו פֿאַרשעמען, אָדער (אין פֿאַל פֿון אַ מאַן), אים גוט אָנגעשלאָגן." הײַנט אָבער, באַטאָנט לאָפּין, דינט דער וועד ווי אַ מיטל אַרויסצודריקן געלט פֿון דער משפּחה פֿונעם "נישט־לײַטיש" מיידל אָדער בחור, כּלומרשט צו העלפֿן ראַטעווען דעם שם פֿון דער משפּחה.

די אַקטיוויסטן קעגן דער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער קוקן אַרויס אויפֿן מישפּט פֿון וועבערמאַן און האַלטן, אַז יעדע עפֿנטלעכע דעמאָנסטראַציע קעגן דער פֿאַרטיידיקונג פֿון וועבערמאַן און אַנדערע פּעדאָפֿילן קאָן העלפֿן ענדערן דעם צוגאַנג פֿון מענטשן — אויב נישט פֿון די סאַטמערער פֿירער, איז כאָטש פֿון זײַנע פֿינאַנציעלע שטיצער מחוץ דער סאַטמערער קהילה.

דער בענעפֿיט פֿאַראַכטאָגן זונטיק איז טאַקע געווען אַ פֿאַל פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען, וווּ אַ נישט־חסידיש פּאָרפֿאָלק זאַמלט געלט לטובֿת חסידישע אינסטיטוציעס. "בדרך־כּלל, פֿליסט דאָס געלט אין דער פֿרומער וועלט בלויז אין איין ריכטונג — פֿון לינקס אויף רעכטס," האָט לאָפּין דערקלערט. מיט אַנדערע ווערטער, די מאָדערן־פֿרומע ייִדן וועלן פֿינאַנציעל שטיצן די חסידישע אינסטיטוציעס, כאָטש די חסידים וועלן קיין מאָל נישט שטיצן קיין נישט־חסידישע געזעלשאַפֿטן.

"ישיבֿה־אוניווערסיטעט וועט נישט באַקומען קיין פּעני פֿון דער חסידישער וועלט, אָבער די חסידים באַקומען יאָ געלט פֿון נישט־חסידישע ייִדן אין די ׳פֿײַוו טאַונס׳," האָט לאָפּין געבראַכט ווי אַ בײַשפּיל. די "פֿײַוו טאַונס" איז אַ ראַיאָן פֿון פֿינף פֿאַרמעגלעכע שטעטלעך אין לאָנג־אײַלאַנד, אַרײַנגערעכנט סידערהורסט און וווּדמיר, וווּ עס וווינען הײַנט אַ גרויסע צאָל פֿרומע משפּחות.

אַ סך פֿון אָט די שטיצער קומען אַליין פֿון "היימישע" [=חסידישע] משפּחות, אָבער האָבן זיך "אַרויפֿגעאַרבעט", געוואָרן דאָקטוירים אָדער אַדוואָקאַטן און געקויפֿט עלעגאַנטע הײַזער מחוץ דער חסידישער קהילה. פֿון דעסטוועגן, האָבן זיי נאָך אַלץ ענגע פֿאַרבינדונגען מיט דער חסידישער וועלט, און דערפֿאַר ווערן זיי אָפֿט ברייטהאַרציקע שטיצער פֿון חסידישע אינסטיטוציעס.

"מיר האַלטן, אַז די פּאָטענציעלע מנדבֿים מחוץ דער סאַטמערער קהילה וואָלטן געוואָלט וויסן וועגן די פּראָבלעמען אין דער סאַטמערער געזעלשאַפֿט," האָט לאָפּין באַטאָנט. "אַזוי וועלן זיי אפֿשר אַליין איבערקלערן זייער באַשלוס זיי צו געבן אַזוינע ברייטהאַרציקע מתּנות."