פֿאַר וואָס באַשטראָפֿט מען ניט די סעקסועלע באַלעסטיקער פֿון ייִדישע קינדער?

אויף דער פּאָפּולערער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם אין ניו־יאָרק, "זאבֿ ברענער שאָו" האָט מען פּלוצלינג דערהערט אַ רירנדיקע רעקלאַמע. אין אַ היימיש־חסידישן ייִדיש זאָגט אַ פֿרוי:

"איך בין די מאַמע פֿון יואלי ענגלמאַן. יואלי איז אַ מיטגעמאַכטער פֿון ׳מאָלעסטיישאָן׳ [סעקסועלע באַלעסטיקונג], אַלס קינד, פֿון זײַן מנהל אין חדר מיט 15 יאָר צוריק. דער זעלבער מנהל איז הײַנט אַ מלמד פֿון ייִנגלעך אין זעלבן חדר, און די הנהלה טוט אים אומפֿאַרשעמטערהייט באַשיצן. די שוידערלעכע עוולה און געוואַלדיקער חילול־השם קען קומען צו אַ מסקנה נאָר דורכן "טשײַלד וויקטימס אַקט" (Child Victims Act)*, וואָס וועט צווינגען די הנהלה צו באַשיצן אומשולדיקע ייִדישע קינדער, אַנשטאָט דעם שולדיקן מלמד. טאַטעס און מאַמעס, געדענקט! אונדזערע קינדער זענען אָנגעוויזן אויף אונדז! אַ דאַנק."

די רעקלאַמע, פּראָדוצירט דורך "סורווײַוואָרס פֿאָר דזשאָסטיס" (Survivors for Justice, אָדער SFJ) — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס קעמפֿט קעגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די פֿרומע קרײַזן — שילדערט בלויז איין פֿאַל פֿון אַ שטאַרק אָנגעווייטיקטן ענין אויף דער ייִדישער גאַס: אַז אַ צאָל קינדער, בפֿרט ייִנגלעך, ווערן סעקסועל באַלעסטיקט פֿון זייערע מלמדים, רבנים און אַנדערע אָנגעזעענע פֿיגורן אין דער קהילה, אָבער ווייניק ווערט געטאָן צו באַשטראָפֿן די באַלעסטיקער.

"נישט נאָר באַשטראָפֿט מען זיי נישט; אָפֿט מאָל טוט די פֿירערשאַפֿט אַלץ מעגלעך צו פֿאַרשווײַגן דעם ענין," האָט לעצטנס דערקלערט בען הירש, דער דירעקטאָר פֿון SOJ, וואָס איר וועבזײַט געפֿינט זיך בײַ www.sfjny.org.

בעת אַן עקסקלוסיוון אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט הירש צום ערשטן מאָל עפֿנטלעך אַנטפּלעקט, אַז ער איז געווען דער מחבר פֿון אַן אַנאָנימען בריוו אויף דער אינטערנעץ מיט פֿיר יאָר צוריק, וואָס האָט שאַרף קריטיקירט הרבֿ מתּתיהו סאַלאָמאָן, דער משגיח רוחני פֿון "בית מדרש גבֿוה" אין לייקוווּד — די גרעסטע ישיבֿה אין דער וועלט — פֿאַר זײַן רעדע בײַם יערלעכן צוזאַמענפֿאָר פֿון "אַגודת־ישׂראל". דער אָפֿענער בריוו, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקע דיסקוסיע אויף דער אינטערנעץ, קען מען לייענען בײַ rabbimatisyahusalomon.blogspot.com/

אין זײַן רעדע האָט ר׳ סאַלאָמאָן אָנערקענט, אַז עס זענען טאַקע דאָ "געציילטע" רבנים און מלמדים, וועלכע האָבן באַעוולט קינדער, אָבער ער האָט פֿאַרדאַמט די בלאָגערס, וועלכע רעדן וועגן דעם אויף דער אינטערנעץ, רופֿנדיק זיי "אַ געפֿערלעכער ... סם וואָס קומט אַרײַן אין אונדזערע היימען..." געוויסע פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, האָט ער געזאָגט, "איז בעסער צו קערן אונטערן טעפּעך, לטובֿת כּבֿוד־הבריאות..."

אין אַ שאַרפֿן ענטפֿער צו ר׳ סאַלאָמאָן, האָט הירש געפֿרעגט: "וועגן וועמענס כּבֿוד רעדט איר? דעם כּבֿוד פֿון די געליטענע, וועלכע טרעטן מוטיק אַרויס מיטן אמת, צו קאָנפֿראָנטירן די מעכטיקע מאָנסטערס? אָדער מיינט איר דעם כּבֿוד פֿון די מאָנסטערס אַליין, מיט זייערע משפּחות? מיט דרך־ארץ מוז איך באַטאָנען, אַז פֿון זאָרגן זיך וועגן דעם כּבֿוד פֿונעם פּעדאָפֿיל און פֿון ׳קערן אונטערן טעפּעך׳ זײַנע שוידערלעכע אַקציעס, דערמעגלעכט איר אים ווײַטער צו טעראָריזירן אומשולדיקע קינדער."

ווײַטער אינעם בריוו גיט הירש איבער אַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן די מעשׂים פֿון איינעם אַזאַ מענטשן, הרבֿ יהודה קאָלקאָ, וועלכער האָט 38 יאָר געלערנט אין דער אָנגעזעענער "ישיבֿה תּורה תּמימה" אין פֿלעטבוש, ברוקלין, און איז במשך פֿון דער צײַט נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל באַשולדיקט געוואָרן אין סעקסועלע אָנגריפֿן אויף די קינדער. נישט בלויז אין "תּורה תּמימה", נאָר אויך אין "ישיבֿה קאַרלין סטאָלין" (וווּ מע האָט אים שפּעטער באַזײַטיקט פֿון דער שטעלע, נאָך דעם ווי אַ צאָל תּלמידים און עלטערן האָבן אים באַשולדיקט אין באַלעסטיקונג), אין "קעמפּ אַגודה" (דער זומער־לאַגער אונטער דער השגחה פֿון "אַגודת־ישׂראל פֿון אַמעריקע"), און אין אַ צווייטן לאַגער, וואָס ר׳ קאָלקאָ האָט געגרינדעט, "קעמפּ מה נאווּ".

הירש באַשולדיקט אָבער נישט בלויז קאָלקאָ, נאָר אויך זײַנע געטרײַע פֿאַרטיידיקער; בפֿרט, דעם גרינדער און דירעקטאָר פֿון "תּורה תּמימה", הרבֿ ליפּע מאַרגוליעס. אין 1984, נאָך דעם ווי אַ גרופּע תּלמידים פֿון "ישיבֿה תּורה תּמימה" און "קעמפּ מה נאווּ" האָבן באַשולדיקט ר׳ קאָלקאָ, דערציילט הירש, האָבן עטלעכע געשעפֿטסלײַט פֿאָרגעלייגט ר׳ ליפּע מאַרגוליעס, אַז זיי זענען גרייט צו באַצאָלן פֿאַר אַ פּענסיע פֿאַר ר׳ קאָלקאָ, מיטן תּנאַי, אַז ער זאָל זוכן אַ שטעלע, וואָס האָט נישט צו טאָן מיט קינדער. "ר׳ ליפּע מאַרגוליעס האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון זייער פֿאָרלייג און דערקלערט, אַז די עלטערן, וועלכע זענען נישט מסכּים מיט זײַן באַשלוס, זאָלן אַרויסנעמען זייערע קינדער פֿון ׳ישיבֿה תּורה תּמימה׳."

אין 1981 שרײַבט הירש ווײַטער, האָט ר׳ קאָלקאָ זיך סעקסועל געטשעפּעט צו אַ 12־יאָריקן תּלמיד, וועלכער האָט דערנאָך געבראַכט שאָדן ר׳ קאָלקאָס הויז און אויטאָ. ר׳ מאַרגוליעס האָט געוואָרנט דעם טאַטן, אַז אויב זײַן קינד וועט נישט אָפּשטעלן די אַקציעס, וועט מען אַרויסוואַרפֿן זײַנע אַנדערע קינדער פֿון דער ישיבֿה, און ער, ר׳ מאַרגוליעס וועט נישט קענען גאַראַנטירן די זיכערהייט פֿון זײַן משפּחה. די גרעסטע איראָניע איז, אַז מע האָט דאָס קינד תּיכּף געשיקט אויף טעראַפּיע צום רבֿ און פּסיכאָלאָג, ר׳ אַבֿרהם מאָנדראָוויץ, וועלכער איז שפּעטער אַליין באַשולדיקט געוואָרן אין באַלעסטיקן ייִנגלעך. (שפּעטער, נאָך דעם ווי די פּאָליציי האָט אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג פֿון ר׳ מאָנדראָוויץ, איז ער מיט זײַן משפּחה אַנטלאָפֿן קיין ירושלים, וווּ ער געפֿינט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג.)

הירש דערציילט אויך וועגן אַ צאָל אַנדערע געשעענישן, וואָס לייענען זיך ממש ווי אַן אַוואַנטור־ראָמאַן: נאָך דעם ווי אַ גרופּע רבנים האָבן, למשל, באַשלאָסן אין יאָר 1985 צו רופֿן אַ בית־דין אין באָראָ־פּאַרק וועגן דעם ענין, האָט מען נאָך בלויז איין טאָג עס פּלוצלינג פֿונאַנדערגעלאָזט. ווי הירש גיט איבער, האָט איינער פֿון די רבנים דערציילט, אַז ר׳ ליפּע מאַרגוליעס האָט גערעדט מיט אים וועגן דעם ענין, און דערפֿאַר האָט מען די דין־תּורה אָפּגעשטעלט.

אָבער דערנאָך האָט ר׳ ליפּע מאַרגוליעס זיך געוואָנדן צו הרבֿ פּינחס שײַנבערג צו רופֿן אַ צווייטן בית־דין, כּדי ריינצוּוואַשן ר׳ קאָלקאָס רעפּוטאַציע. פֿאַרן בית־דין, דערציילט הירש, האָט ר׳ שטײַנבערג גערעדט מיט עטלעכע פֿון ר׳ קאָלקאָס קרבנות און געבעטן זיי באַשרײַבן וואָס קאָלקאָ האָט געטאָן צו זיי. הערנדיק די באַשולדיקונגען האָט ער אינפֿאָרמירט די ייִנגלעך, אַז על־פּי־הלכה הייסט דאָס נישט קיין באַלעסטיקונג.

וואָס שייך די אַלע דערמאָנטע געשעענישן, האָט ר׳ ליפּע מאַרגוליעס געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז אויף דער רעקאָמענדאַציע פֿון זײַן אַדוואָקאַט, קען ער נישט רעדן דערפֿון. "אײַערע לייענער וועלן זיכער נישט זײַן פֿאַראינטערעסירט אין די ענינים, און אײַער שרײַבן וועגן דעם וועט נישט זײַן ׳העלפּפֿול׳," האָט ער געזאָגט.

ר׳ מאַרגוליעס׳ צוגאַנג איז זייער פֿאַרשפּרייט אין דער חרדישער וועלט. ביז לעצטנס, האָבן די חרדישע פֿירער געלייקנט, אַז ס׳איז בכלל דאָ אַ פּראָבלעם אין זייערע קרײַזן. הײַנט האָבן אַ טייל פֿון זיי אָנגעהויבן אָנערקענען די צרה, און עטלעכע לייגן שוין אַפֿילו פֿאָר, אַז מע זאָל גיין צו דער פּאָליציי. ס׳רובֿ פֿון זיי אָבער פֿאַרדעקן ווײַטער דעם ענין.

"די תּורה לערנט אונדז ׳חכמה בגוים, תאמין׳ [מע מעג זיך לערנען בײַ די גויים]," האָט הירש געזאָגט. "לויט דער סטאַטיסטיק, ווייסט מען, אַז אַפֿילו נאָך דעם ווי מע שיקט אַ פּעדאָפֿיל זיך ׳אויסהיילן׳, באַגייען 60% פֿון זיי ווידער די עוולה. מיט אַנדערע ווערטער, דער פּעדאָפֿיל איז, פּראָסט און פּשוט, אַ רודף, און דערפֿאַר מוזן מיר, די מיטגלידער פֿון דער קהילה, אים עפֿנטלעך אַנטפּלעקן, כּדי די פּאָטענציעלע קרבנות זאָלן וויסן ווי געפֿערלעך ער איז. דערפֿאַר געפֿינט זיך הײַנט בײַ דער פּאָליציי אַן אָפֿיציעלע רשימה פֿון סעקסועלע באַלעסטיקער, ווײַל דאָס געזעץ און די מעדיצינישע וויסנשאַפֿט אָנערקענען ביידע, אַז יענע מענטשן זענען נישט מסוגל אײַנצוהאַלטן זייערע אימפּולסן."

"דערפֿאַר איז דער איינציקער אופֿן ווי צו באַשיצן די קהילה — צו קלינגען דער פּאָליציי," האָט הירש דערקלערט. "די פֿרומע אינסטיטוציעס, ווי ׳אוהל׳ מאַכן די פּראָבלעם נאָך ערגער, ווײַל זיי לאָזן נישט וויסן דער פּאָליציי ווען זיי ווייסן, אַז עמעצער איז אַ באַלעסטיקער."

די פּראָבלעם איז, אַ מענטש וועלכער איז קינדווײַז באַלעסטיקט געוואָרן, קאָן בלויז גיין צו דער פּאָליציי אָדער אָנקלאָגן דעם אַטאַקירער אין געריכט, איידער זײַן 23סטן געבוירן־טאָג. טאַקע דערפֿאַר באַמיִען זיך איצט די פֿאַרטיידיקער פֿון די געליטענע צו ענדערן דאָס געזעץ.

איינער אַזאַ, וועלכער האָט געליטן פֿון ר׳ קאָלקאָ מיט יאָרן פֿריִער, איז דוד פֿראַמאָוויץ, אַ געוועזענער תּלמיד אין "ישיבֿה תּורה תּמימה".

אין מײַ 2006 האָט דוד פֿראַמאָוויץ אָנגעקלאָגט קאָלקאָ אויף 10 מיליאָן דאָלאַר, פֿאַר האָבן אים באַלעסטיקט, צום ווייניקסטן, 15 מאָל, ווען ער איז געווען אַ 12־יאָריק ייִנגל, במשך פֿון 1969—1971. קאָלקאָ האָט אים אַטאַקירט סײַ אין זײַן אויטאָ; סײַ אין דער ישיבֿה; סײַ אין "קעמפּ אַגודה". פֿראַמאָוויצס גאַנצע געשיכטע איז פּרטימדיק דערציילט געוואָרן אין אַן אַרטיקל דעם 14טן מײַ 2006, אין "ניו־יאָרק מאַגאַזין", מיט אַ טיראַזש פֿון דרײַ מיליאָן לייענער. עטלעכע טעג נאָך דעם ווי דער אַרטיקל איז אַרויס, האָט ר׳ מאַרגוליעס, סוף־כּל־סוף, נאָך 38 יאָר, אָפֿיציעל אָפּגעזאָגט קאָלקאָ פֿון "ישיבֿה תּורה תּמימה", אָבער ביז פֿאַראַיאָרן איז ער נאָך אַלץ געווען אַ באַצאָלטער לערער דאָרט.

אין דעצעמבער 2006 האָט מען קאָלקאָן אַרעסטירט, נאָך אַ לאַנגער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג, פֿאַר האָבן סעקסועל באַלעסטיקט אַ קינד אין ערשטן קלאַס, בעת דעם שול־יאָר 2002—2003. אָבער אין אַפּריל 2008, נאָך דעם ווי קאָלקאָ האָט זיך דערקלערט שולדיק, האָט מען אים געלאָזט פֿרײַ אויף ערנוואָרט (probation), און אים געהייסן גיין אויף טעראַפּיע. אין פֿאַרגלײַך מיט דער סעקולערער וועלט, וווּ אַזאַ מענטש וואָלט אין ס׳רובֿ פֿאַלן אַרײַנגעזעצט געוואָרן אין תּפֿיסה, און זײַן נאָמען וואָלט מען צוגעגעבן צו דער אָפֿיציעלער רשימה פֿון סעקסועלע פֿאַרברעכער, איז קאָלקאָ נישט געזעסן אין תּפֿיסה, און זײַן נאָמען האָט מען נישט צוגעגעבן צו דער רשימה.

אין סעפּטעמבער 2007 האָט מען אים ערבֿ ראש־השנה ווידער אַרעסטירט, צוליב אַ נײַער באַשולדיקונג, אַז ער האָט סעקסועל אַטאַקירט אַ קינד אין "תּורה תּמימה". לויט אַן אַרטיקל אין דער "דיילי ניוס" (Daily News), האָט די ריכטערין באַשטימט אַ קויציע (אויסלייז־געלט) פֿון $50,000; $25,000 פֿון דעם, אין מזומן. קאָלקאָס ווײַב האָט געקראָגן דאָס געלט, און מע האָט אים באַפֿרײַט.

הײַנט פֿירט קאָלקאָ אָן, עטלעכע מאָל אַ זומער, מיט וואַסער־פּאַרק־אַקטיוויטעטן פֿאַר קינדער, אין קאָנעטיקאָט; מיט אַנדערע ווערטער, ער האָט נאָך אַלץ אַ צוטריט צו ייִנגלעך...

ר׳ קאָלקאָ איז אָבער ווײַט נישט דער איינציקער, וועלכער האָט יאָרן לאַנג זיך געטשעפּעט צו קינדער מיט סעקסועלע כּוונות. דאָס ייִנגעלע פֿון דער ראַדיאָ־רעקלאַמע, יואל ענגלמאַן, איז געווען אַכט יאָר אַלט ווען ער איז באַלעסטיקט געוואָרן, און דער מענטש איז געווען נישט ווייניקער ווי דער מנהל פֿון דער גרויסער סאַטמערער ישיבֿה אין וויליאַמסבורג, "ישיבֿה תּורה ויראה" — הרבֿ אַבֿרהם רײַכמאַן. אין דער ענגלישער פּרעסע האָט מען שוין געשריבן וועגן דעם — סײַ אין דער Jewish Week, סײַ אין NPR.

בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָט ענגלמאַן דערציילט, אויף ייִדיש, ווי אַזוי ס׳איז געשען: "ער האָט מיך אַרײַנגערופֿן אין אָפֿיס און מיר געזאָגט צו זיצן אויף זײַן שויס. כ׳האָב עס געטאָן, ווײַל כ׳האָב מורא געהאַט. ער איז געווען זייער שטרענג, און געשלאָגן די קינדער, ווי אַלע רביס פֿלעגן דעמאָלט טאָן, אָבער ער איז געווען נאָך שטרענגער.

די טשער (בענקל) איז געווען אויף רעדער. ער פֿלעג דרייען דעם טשער, און רעדן צו מיר זייער אַנדערש ווי געוויינטלעך, אַן אַנדערער כאַראַקטער, אַזוי ווי אַ זיידע צו זײַן אייניקל. געווען זייער מאָדנע פֿאַר מיר. בשעת ער האָט גערעדט, האָט ער מיך אָנגעפֿאַנגען אָנצורירן, אויף די פּלייצעס און דערנאָך דאָרט, וווּ מע טאָר נישט צורירן. אַזוי האָט זיך געצויגן אַרום דרײַ מאָנאַטן לאַנג, בערך דרײַ מאָל אַ וואָך."

ווען ענגלמאַן איז געוואָרן 18 יאָר האָט ער, סוף־כּל־סוף, דערציילט זײַן מאַמען. "ס׳האָט זי זייער שאָקירט. דעם צווייטן טאָג איז מײַן טאַטע צוגעקומען צו מיר און געזאָגט: ׳אײַם סאָרי׳. נאָכן שמועס האָבן מיר נישט גערעדט דערפֿון, איך אַליין האָב נישט געוואָלט רעדן דערפֿון."

מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, נאָך דעם ווי ענגלמאַן האָט אָנגעהויבן הערן וועגן אַנדערע קינדער וואָס ר׳ רײַכמאַן האָט אַטאַקירט, זאָגט ער, "האָב איך געוווּסט, אַז איך מוז עפּעס טאָן, אַז אַנדערע קינדער זאָלן אויך נישט ווערן באַלעסטיקט." צוזאַמען מיט טאַטע־מאַמע האָט ער אָנגעשריבן אַ בריוו רײַכמאַנען, זאָגנדיק, אַז אויב ער וועט זיך נישט אָפּזאָגן פֿון זײַן פּאָזיציע אין דער ישיבֿה, וועלן זיי גיין צו דער מעדיאַ, צו אַנדערע רבנים, אַפֿילו צו דער פּאָליציי.

די ישיבֿה האָט ר׳ רײַכמאַנען טאַקע באַזײַטיקט, אָבער נאָך דעם ווי ענגלמאַן האָט דערגרייכט זײַן 23סטן געבוירן־טאָג — האָט מען דעם מנהל אומגעקערט צוריק צו דער אַרבעט.